יוסף שפיל [חול המועג פסח, תשנ”א] – יוסף ביים מוטער רחלס קבר
פאַראַיאָן אין “תּולדות אהרון” (נ”י) א שלל מיט בילדער
פורים תשע”ו
ערשטנס, פון “פאָלקלאָר” צו “קולטור” (מיכאל שטיינלאַוף 1995; זהבית שטערן 2011) [פגל’ “בדחנות”), ביי די “קלאסיקער” און שפעטערי
צווייטנס, פּוריםשפּיל – טעאַטער – יידישיזם – דער פאַל פון נוח פּרילוצקי (טעאַטער־וועלט, 1908 – אונטערוועגנס, 1940, זז. 173-43
דריטנס, דער “פּורימשפּיל” אַלס שטאָף פאַר מאָדערניזם (אברהם רייזען, מאַנגער’ס מגילה, בראָדערזאָנס “איך, אַ פּורים־שפּילער” א.א.)
פערטנס, דער יידישער פילם “דער פּורים־שפּילער” 1937 (זהבית שטערן 2011)
דער פילם גאַנצערהייט, (אָבער מיט דער פּוילישער איבערזעצונג), דער “פאַרשטערטער פּורים־שפּיל” עפּיזאָד – אין אַ קירצערער אויסצוג־ווערסיע און אַ גרעסערער און אַ מער איכותדיקע קאָפּיע.י
פינפטנס, אין דער יידישער שול – פאַר דער צווייטער וועלט מלחמה – באַסטאָמסקי, ווײַנרײַכס מכירת יוסף (לויטן ס’ תּם־וישר – דווקא כּלל ניט קיין פּורימשפּיל), צעסלער… (1) פּורים באַלן, (2) שולן ; אין אַמעריקע: סיי פּורים באַלן, סײַ פאָרשטעלונגען פאַר קינדער אין די שולן, קינדערגאָרטנס א.ד.ג. (למש דאָ ; אָדער דאָ ) און אין דער הײַמישער סביבה – זע סאַמע אויבן און אויך דאָ אונטן ווײַטער.י
זעקסטנס, דער פורימשפּיל נאָכן חורבן – שפרה עפּשטיינס מאַטעריאַלן וועגן דעם באָבאָווער פּורים־שפּיל (בפרט איר אַנאָטירטע איבערזעצונג פון משה אַפטערגוט’ס זכרונות וועגן דער ערשטער נאָכן־חורבן באָבאָווער פאָרשטעלונג.י
זיבעטנס, אין דער הײַמישר סביבה דער עיקר אין צפון אַמעריקע: פּורימשפּיל ממש: תשע”ד / 2014; אָדער 1995
אַכטנס, די אַמאליקע הײַמישע אינגעלײט, און זינט דעמלט (סוף 1990ער) אַנדערע אין ווידעאָ ממש: יוסף שפּיל, על נהרות בבל, דער גולם פון פּראָג א.א. (זע אַ גאַנץ לאַנגע רשימה אין דעם הײַמישן וויקיפּעדיע־אַרטיקל “אידישע שפיל“. זעט אויך די היימישע פלעי’ס – ליסטע און א סך פון די דאָזיקע שפּילן קאָן מען הערן אין אוידיאָ. א
נײַנטנס, וועגן דער גאַנצער דערשײַנונג לויט ווי די מיטגלידער פון דער חרדישער עולם גופא רעדט און באַהאַנדלט דאָס אַרום – אַשטייגער וועגן איינעם אַ חנוכּה־שפּיל פון תשע”ח / 2017, אָדער סוכּות פון דעם זעלביקן יאָר (2017). באזונדערש וועגן יוסף שפיל; זעט אויך אַ געזעמל “פּורים שפּיל” טעקסטן וואָס האָבן זינגעזאַמלט פון 2009 ביז 2020.י
(1) די גענדער באַגרענעצונגען. (2) ווען שפּילט מען? (3) די הויפּט פאַרשפּרייטונג – אַמאָל – שטאַרק פריער – אויף CD, שפּעטער שוין אויף DVD און אַלץ מער דורכן יו־טיוב. (4) דער געזעלשאַפטלעכער אינטערעס – אויף די הײַמישע סאָציאַלע פּלאַטפאָרמען. (5) דער ברייטערער קאָנטעקסט פון אַ מין חסידישן “יידישיזם” אין תּחום פון – שפּראַך, מוזיק, צײַטשריפטן, פּאָעזיע און שפּילן – געוויינטלעך חול־המועדישע פאָרשטעלונגען.י
י.
דער אידישער מיניסטער, חוה”מ פסח תשס”ח, זעט דעם פולן געדרוקטן טעקסט