א. די קערצערע, מיטעלע און כּלל ניט פּורימדיק (אָדער “תּנכיש”) פאַרשלייערטע פּורמשפּילן
ערשטנס, טעמאַטיש אומאָפּהענגיק פון “ביבלישן” שטאָף – זעט די הערות צו די שפּילן אין דער זאמלונג פון 1938
צווייטנס, די הײַנטצײַטיקע און עקזאָטישע טעמאַטיק – רויבער, גזלנים, “דײַטשן”, חסידים
דריטנס, הומאָר (שטייגער מיט קאַמישע עלעמענטן) סאַטירע (סאָציאַלע קריטיק, רײַבונגען צווישן השכּלה און חסידות), אויסטערלישקייטן (נײַעס פון קרימינאַלן, מאָדנע אַקטואַליע, סתּם רכילות)
פערטנס, לידער, מוזיק, זינגערײַ (“פאָלקסלידער” בפרט קאָמישע און שטייגערישע) – די ראָלע פון בדחנים און “פאָלקסדיכטער” / “פאָלקסשפּילער” אַלס מחברים און שאפער. (אפשר אויך: געוויסע “מעשה ביכלעך” ווי אַ מעגלעכער שטאָף פאַר קורצע שפּילן און סצענקעס?)
פינפטנס, זינט ווען? אפּנים שוין אין פריען 19טן יאָרהונדערט און דווקא פּאַראַלעל / איינצייטיק מיט די לענגערע, טראַדיציאָנעל “תּנכישע” שפּילן.י
זעקסטנס, די פּיעסע “דער חסיד מיטן דײַטש”. ווער איז אַ דײַטש? ניט־יידן אַלס שפּילער (אַשטייגער “המן הרשע”, אָדער אחשורוש)
ב. פון די קערצערע ביז צו די גאָר קורצינקע און פּיטשעמאָנטשיקע פאָרמען
אַ מין פּאָפֿורי ביי ווילק האָדינגער (2007 און 2012)
אַ פיל מער פּרטימדיקע באַשרייבונג ביי מרים גאָרדאָן (1992)
הומאָריסטישע לידער