ד. רעשטלעך און שפּורן

ערשטנס, לויט בערעגאָווסקין האָט מען געהאַט אינפאָרמאַנטן נאָך אין 1940. פון די “נײַ צוגעקומענע” געגנטן, וואָס ביז 1939 זײַנען גאָרניט ניט געווען סאָוועטיש.י

אגב, דרײַ דערגאַנצונגען צו שילדערונגען, מקורים און פאָרשונג:י

א.  אין די וויכטיקע מעמואַרן פון פּאָלינא (פּאַולין, פּעסיע) ווענגעראָוו (אויף דײַטש) זענען דאָ אינטערעסאַנטע דעראינערונגען וועגן פּורימשפּילן אויף דער “ליטוואַקישער” טעריטאָריע (אָנהייבנדיק אינעם לעצטן פּאַראַגראַף אויף דער זײַט 32 און ווײַטער אינעם ערשטן באַנד) און אפילו אַ גאַנץ פײַנעם פראַגמענט פון “מכירת יוסף שפּיל” (ווידער אָנהייבנדיק מיטן לעצטן פּאַראַגראַף אויף דער זײַט 56 און ווײַטער אינעם צווייטן באַנד)

ב. אַ ריי “פּורימדיקע” לידער קאָן מען געפינען אויך אין דער גינזבורג-מאַרעק זאַמלונג פון 1901  (און גיט אַ קוק דאָ קאָן מען אויך זוכן ווערטער אין דעם בוך גופא)

ג.  אַַ סך עטנאגראפישע אינפאָרמאַציע וועגן פּורימשפּילן געפינט מען אין דעם דריטן באַנד פון רעגינאַ ליליענטאַל(אָווע) פון 1919,    וואָס גיט זיך אָפּ מיט דעם יום־טוב פּורים Święta żydowskie w przeszłości i teraźniejszości. Część III

צווייטנס, לעבעדיקע שפּורן און שטיקלעך פון מכירת יוסף שפּיל פון די 1930ער לויט ווי מע האט זיי געדענקט און אויפגענומען אין 2011-2003 – זעט די [מאַפּע]

 פּעפּע לעבוואָל (2004-1923) זשאָלקווע [ווידעא] [טעקסט]

רעטי בעלאַ [ברוך ראָט] (2016-1924) ראָהאָד, דעברעצען [ווידעא]

 [טעקסט] [ווידעא] געניע סאַנדלער (2015-1927) מאַרקולעשט

[טעקסט][ווידעא] דוד קאַלוסקי (2007-1929) בריטשאָן

דריטנס, ‘לעבעדיקע’ מוסטערן פון קלענערע שטיקעלעך און ברעקעלעך:י

[ווידעא] שמעון קראָטש (2015-1922) שטעפאַנעשט

[ווידעא] [טעקסט] דאָרע פיקסלער (1924) סאָלאָטווין, ממש נאָנט צו סיגעט

פערטנס, אַ קורצעק “פּורמשפּיל” – דער קוימענקערער

[מאַפּע] [טעקסט] [ווידעאָ] דוד ווידער (2008-1922), סיגעט, הערלוי

 פינפטנס, “פּורימשפּיל” בײַ די באָבעווער חסידים – שפרה עפּשטיין – אויך אין געוויסן זין אַן איבערגאַנג צו דער הײַנטצײַטיקייט

אַ דאָקומעטאַלע פילם־רעקאָרדירונג פון 1977 געמאַכט פון שפרה עפּשטיין, וועלכע האָט געפאָרשט פּורימשפּיל און בפרט דניאל־שפּיל בײַ די באָבאָווער חסידים אין ניו־יאָרק – זע איר בוך: שפרה אפשטיין, דניאל־שפּיל’ בחסידות בובוב י(הוצאת ספרים ע”ש מאגנס, האוניברסיטה העברית ירושלים) –


ימ’קאָן אויך הערן א גרויסן שטיק אין אוידיא – מיט אַ קאָמישן טיפּ – אַ נײַ־אָנגעמונעם ייד פון דעם ראַטנפאַרבאַנד (אין די די מיט 1970ער)


פאַראַיאָן אין “תּולדות אהרון” (נ”י) א שלל מיט בילדער