.
איינס: דער עלטסטער פאַרשריבענער נוסח פון 1697
צוויי: די אומסטאַבילע לענג פון די פאַרשידענע פּורימשפּילן
דרײַ: די צוויי הויפּט שפּילן – אויך למעשה די עלטסטע – “אחשורוש שפּיל” (אַשטייגער בײַ בערעגאָווסקי) און “מכירת יוסף שפּיל” (זעט ווידער בײַ אים לשם בײַשפּיל)
די טעקסטן פון די ביידע ווערק אחשורוש שפּיל און מכירת יוסף זײַנען איינס־נאָכן־אַנדערןדי אָפּגעדרוקט געוואָרן אין 1714 פון דעם באַקאַנטן פילאָ-אַנטי-סעמיטשישן דײַטשישן פאָרשער און שרײַבער יאָהאַן יאַקאָב שודט (וועגן אים: 1722-1664) אין דעם דריטן באַנד פון זײן פירבענדיקן יידישע מערקווירדיגקייטען.י
אין מזרח־אייראָפּע ווערט אַ געדרוקטער נוסח פון אחשורוש שפּיל אַרויס אין 1845 און פון מכירת יוסף – אין 1856 – ביידע אין לעמבערג.י
שמואל ווײַסנבערג פאַרעפנטלעכט אַ דירעקט “פאַרשריבענעם” נוסח פון “דאס פּורימשפּיל דא שפּילט די ראלע המן און מרדכי” אין 1904 און פון דעם “יוסף־שפּיל” אין 1910; דאָס ערשטע צוזאַמען מיט אַלפרעד לאַנדוי (אין די מיטטילונגען פיר יודישע פאלקסקונדע) און דאָס צווייטע – צוזאַמען מיט מאַקס גרינוואַלד (אין מיטטילונגען צור יודישען פאלקסקונדע); אין ביידע פאַלן איז דער טעקסט פּובליקירט טראַנסליטערירטערהייט גאַנץ פאָנעטיש אָבער צום־טייל לויט דער דײַטשער שרײַב־סיסטעם. י
לסוף ביידע צוזאַמען “יוסף־שפּיל” און “אחשרורוש־שפּיל” זײַנען שוין “מאָדערניזירטערהייט” פאַרעפנטלעכט געוואָרן פון שלמה באַסטאָמסקי אין ווילנע אין 1926 (אין דעם פאַרלאַג “די נײַע יידישע פאָלקסשול”).י
פיר: די בייגעוודיקייט און אומסטאַבילקייט פון דעם טעקסט און אַפילו פונעם נאָמען פון דער”פּיעסע” און אין דער זעלבער צײַט אַ ריי סטאַבילע פראַזן, קלישעען (מאָטיווירט דורכן אנהאַלט און זײַן געהעריקן וואַקאַבולאַר)
פינף: “אַרכעאישע” און אַנדערע פאָרמען (סײַ פראַזעאָלאָגיש, סײַ פאָנעטיש): “דו קיניג פאָטער דו מײַן”, “אין קאַמער/ זאַל / קאַבינעט אַרײַן”, לשון־קודש; “זאָגון”, “רעדון” (שטימט מיט ליטווישן יידיש אין בעלאַרוס), “דײַטשמעריש” (גיכער פון אַלץ אין פּוילישןיידיש, בפרט אין גאַליציע)
זעקס: (א) אַ שטיקל פון אחשורוש שפּיל (פאַרשריבן אין קאַלינקאָוויטש, ווײַסרוסלאַנד, אפּנים אין 1934) — זעט אַ שייכותדיקן וואַריאַנט אין דעם פאָלגנדיקן פראַגמענט (עס שטימט ווייניק, אָבער העלפט זיך בעסער צו אָריענטירן)
זעקס: (ב) אַ שטיקל פון מכירת יוסף שפּיל (פאַרשריבן פון חיים מערבוים אין קאָלאָמיי אין 1940) – זעט אַ גאַנץ נאָענטן אָבער ניט קיין אידענטישן פראַגמענט בײַ בערעגאָווסקי 2001
זיבן: קינסטלערישע ליטעראַטור אין דינסט פון עטנאּגראַפיע: יהושע פּערלע’ס באַשרײַבונג פון אַ פאַרנעמיקער פּורימשפּיל פאָרשטעלונג אין זײַן ראָמאַן פון 1936
צום סוף – ווער שאַפט, שטעלט צונויף, פּאַסט צו דעם, צי יענעם טעקסט? מחברים? בדחנים און מחברים משכּילים? די שפּילער און די אָרגאניזירער פון די דראַמאַטישע אויפפירונגען הלכה־למעשה? י

