היינט איז פורים מארגן איז אויס
געצמער א פעני און וואפצמער ארויס
געצמער א גלעזל וויין
און נעמצמער צוריק אריין
פּורימשפּיל מיינט אָפט מער־ווייניקער דאָס זעלבע ווי “קאָמעדיע“, אַ לאַכערײַקע. “אַ קאָמעדיע מיט אים!” האָט געזאָגט שימעלע סאָראָקער וועגן “דעם הומאָריסט” שלום־עליכם בײַם אָנהייב פונעם צווייטן אַקט פון שלום־עליכמס שטאַרק באַליבטער קאָמעדיע – “200,000 אָדער דאָס גרויסע געווינס”. “ס’איז געווען אַ [גאַנצער] פּורים־שפּיל” מיינט “ס’איז געווען קאָמיש, לעכערלעך און … פריילעך”.י
מע קאָן אוודאי ניט אַרומכאַפּן אין קאַרגע פינף באַגעגענישן דעם פאַרשידנאַרטיקן און אויסערגעוויינטלעך רײַכן מאַטעריאַל וואָס האָט דירעקט אָדער ווי־ניט־איז צו טאָן מיט דער דערשײַנונג פון פּורים־שפּיל אין דעם אָמאָליקן און צום טייל אויך הײַנטיקן יידישן לעבן. מירן טאַקע בכלל ניט אָנרירן די ראָליע פון דער דערשײַנונג אין דער פריערער הדכּלה תקופה, מיט אירע משכּילישע סאַטירעס און אַפילו ניט באַהאַנדלען די חשובע שמיכות־הפּרשה צווישן דעם “טראַדיציאָנעלן” פּורים־שפּיל מיט דעם אויפשטײַגנדיקן יידישן טעאַטער זינט די 1860ער, צי אפילו פריער.י
מע וועט אָבער יאָ – אי דאָס אויף אַ שפּיץ מעסער – באַהאַנדלען די אָנהייבן פון דעם גאַנצן עסק שיער ניט זינט דעם 16נטן יאָרהונדערט. מ’עט כאַפּן אַ בליק אויף די פאַרשידענע פאָרמען – לענגערע, קערצערע, גאָר קורצינקע שפּילן און סצענקעס ביז צו גאַנץ קורצינקע לידלעך, ווי אויך זיך אָפּשטעלן אויף זייערע טעמאַטישע אייגנשאַפטן. מע’ט אַ קוק טאָן אויף די עלטסטע, עלטערע, ווי אויך שפּעטערע מקורים. מ’עט דערמאָנען און אַ לייען טאָן עטלכעכע ליטעראַרישע שילדורונגען (וואָס איז אַליין פאַר זיך אַ באַזונדערע און אַ גאַנץ וואַזשנע טעמע). אויך וועט מען אַרײַנקוקן אויף די שפּעטערע נאָך לעבעדיקערהייט פאַרשריבענע פּורימשפּילן (פון כּלערליי סאָרטן) אינעם 20סטן יאָרהונדערט און די ממש געציילטע שפּורן און זעלטענע רעשטלעך וואָס מע האָט נאָך צומאָל באַוויזן אַרײַנצוכאַפּן שוין אינעם ערשטן יאָרצענדליק פונעם 21סטן י”ה. לסוף וועט מען – ווידער ממש על־רגל־אחת – אַרײַנבליקן אין די הײַנטצײַטיקע “הײַמישע” גילגולים און אין אַ געוויסן זינען המשך פון די אָמאָליקע פּורימשפּילן.י
די טעמעס און מאַטעריאַלן פאַר יעדערער פון די פינף טרעפונגען פון דעם מיני־קורס קען מען זען פון אויבן און דער עיקר פון רעכטס. די לעצטע דרײַ אָפּטיילן ווערן אָפּגעגעבן פאַר דעם מאַטעריאַל גופא – מקורים (געדרוקטע, געשריבענע און רעקאָרדירטע טעקסטן ממש), ליטעראַרישע און אנדערע שילדערונגן און זכרונות ווי אויך חקירות און פאָרשונגען.י
ידער “פאַרשטערטער פּורים־שפּיל“עפּיזאָד פון דעם באַקאַנטן יידישן פילם דער פּורים־שפּילער פון 1937 — י
אַ מיטצײַטלערישער אַרטיקל וועגן דעם פילם אין “וולאָצלאווקער שטימע”, סוף 1937